שו"ת חתם סופר/ג/פג

מתוך אוצר הספרים היהודי השיתופי
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

שו"ת חתם סופרTriangleArrow-Left.png ג TriangleArrow-Left.png פג

< הקודם · הבא >
מעבר לתחתית הדף


דפים מקושרים

דף זה הועלה אוטומטית, ייתכנו שגיאות בתחביר קוד הדף. נא לא להסיר את התבנית לפני בדיקת תקינות ידנית
אם הכל בסדר - נא הסירו תבנית זו מן הדף


גביית עדות

דברי העד יוסף יחיאל שהעיד בת"ע כדת שלא בפני' רק בפני':

איך האב גיזעהן וויא שלמה רייטער האט גינומין איין פינגרל און האט גיוויזין להבתולה מלכה און האט אהן גיטאהן דאס פינגרל אויף איהר פינגער און האט געזאגט הרי את מקודשת לי האט זיא גינומין דאס פינגערל פון פינגער אראף און האט עהם צוריק געווארפען אין דער האנד דען זיא האט זיך ערשראקען דאס געדענק איך ניכט זיכער אב זיא האט עס צוריק געווארפען אדער ער האט עס איהר אראף גינוממען גם בשעת אמירת הרי את וכו' האט ער געזאגט אתם עדי וואס זיא האט געזאגט דעסט מאהל גידענק איך ניכט נור זיא איזט ערשראקען און בלייך גיווארין גם מחמת ער האט פריהר גשמוסט פון דעם פינגרל אל אחיו יוסף ווייס איך ניט אויב דאס פינגרל וואס ער האט איהר אפגיטאהן איז גיוועזין של אחיו יוסף אדער זיין:

(דברי הבתולה מלכה)

ער האט עס מיר ניט אב גיטאהן אויף דעם פינגער נאהר ער האט עס מיר געוויעזין האב איך עס גיהאלטען מיט צווייא פינגער און ער האט עס אויך נאך גיהאלטין האב איך גיהערט וויא ליב האט עפוס גיזאגט ענינים פון קידושין האב איך עס זיין גילאסט און בין אוועק גיגאנגין האט דער נאך שלמה עפיס גיזאגט:

(דברי ליב)

איך האב גיזעהן וויא שלמה האט גיהאלטען דאס פינגרל אין דער האנד און הבתולה מלכה האט גיהאלטטן דאס פינגרל אויף דער אנדערן זייט האט שלמה גיזאגט הרי את מקודשת לי אתם עדי און האט דאס פינגרל גיין גילאזט דערנאך גידענק איך ניט אב ער האט עס צוריק גינוממין פון איהר אדער זיא האט עס איהם צוריק גיווארפין נאהר דרנאך וויא ער האט שאן גיהאט דאס פינגרל האט ער איהר גיגעבין איין קרייצר און האט גיזאגט דאס האסט דוא פיר דעם פינגרל און זיא האט דען קרייצר צו גנוממין און האט איהן גווארפען אין טיש לאד עריין שאלנו אותו אם לא שם הטבעת על האצבע והשיב לא שם על אצבעה גם אמר אז דעסט מאהל ווען שלמה האט גיזאגט נוא נוא:

(דברי העד יוסף יחיאל) שהעיד במעמד שניהם

איך בין גיוועזין עם ליב אסלס בכיפה של ר' זלמן גענגר האט שלמה אונס גיגעבין יי"ש דרנאך האט ער איהן געוויעזן איין פינגרל זהב איך ווייס ניכט אב עס איזט גיוועזין ריין זהב אדר איבר גולד האט הבתולה מלכה געזאגט צו איהם ווייז נאהר דאס פינגרל האט ער איהר גוויזין און האט איהר אן גיטאהן אויף דעם פינגר נאר איך גידענק ניכט געוויס אב ער האט איהר אן גיטאהן אויף דעם פינגר אונד האט גיזאגט הרי את מקודשת אויב ער האט נאך מעהר גיזאגט האב איך ניט גהערט דרנאך האט זיא זיך דרשראקן און האט עהם דאס פינגרל צוריק גיגעבין אב זיא האט איהם צוריק געווארפן אדר צוריק גיגעבין בניחותא געדענק איך ניט און איך ווייס דאס ניט אב ער האט געזאגט אס דאס פינגרל של אחיו יוסף אדער ניט. מכחישו הבתולה מלכה ואומרת שבעת שזרקה הפינגרל לא אמר שלמה מאומה רק אחר החזרה אמר לה דבר מה ועוד הוסיפה שאמר שהטבעת הוא של אחיו.

(דברי ליב עד הב') במעמד שניהם

ער האט גיהאלטין אויף איין זייט דאס פינגרל און זיא האט געהאלטין אויף אנדרע זייט און ער האט געזאגט הרי את מקודשת אתם עדי איך האב זיא מקדש געוויזען דערנאך האט ער דאס פינגרל גין גילאסט דרנאך האט ער איהר גיגעבין און זיא האט צו איהם גיזאגט נוא נוא. עס האט געדוירט איין וויילע ביס זיא האט איהם דאס פינגרל צוריק גיגעבין איך קאן ניט זאגען בעשטימט וויא לאנג עס האט געדוירט ב' וג' מנוטין ער האט גיזאגט אס ער האט דאס פינגרל געקויפט פיר עשרה זהו' שיין אצל ר' חיים צורף

(דברי שלמה)

איך האב גיהאט דאס פינגרל ביד האט זיא עס גיוואלט האבען האב איך עס איהר ניט גיוועלט געבין נור איך האב צו איהר גיזאגט מקדש וויל איך דיך יוא זיין דאמיט האט זיא גיזאגט נוא נוא האב איך איהר עס גיגעבין זיא האט עס גיהאלטין אויף איין זייט און איך אויף דער אנדערן זייט און האב זיא מקדש גיוועזין דער נאך האב איך עס גין גילאזט דערנאך האב איך עס געקויפט אצל ר' חיים צורף פיר עשרה זהו' שיין איך האב איהר ניט געזאגט אז דאז איזט של אחי יוסף מען האט גלאט גשמוסט פאן דעם פינגרל של אחי יוסף. ליב חזר והעיד בדברי שלמה ויוסף יחיאל אמר שדבר שלמה מעסק הקידושין אמנם אינו זוכר אם דבר אתה מה והשיבה נוא נוא

(דברי העד ר' חיים צורף אחר האיום)

דאס פינגרל וואס איך האב פרקויפט לשלמה רויטר איז גיוועזין זילבר בגולט ער האט עס בייא מיר געקויפט בעד ג' שיין וחצי גם העיד אז ער האט עס ניט געקויפט לחלוטין רק ער האט מיט מיר אזוא גיהאנדעלט להיות ער האט בעדארפט צו פאהרען על איזה מקום לקדש בו אשה האט ער מיר גיגעבין א' ריינש כסף און האט זיך אויסגירעט אב ער ווירד עס דארפען אויף דעם ארט ווירד ער דען רעסט ביצאהלין ובאם לאו איז דער מו"מ ניט דערנאך איז ער צוריק גיקומין און האט גיזאגט עס איז ניט דרויס און האט מיר גיוועלט צוריק גיבען דאס פינגרל נור איך האב דעסטמאהל ניט גיהאט עהם אום צו קערין דעם דראהן האט ער דאס פינגרל צוריק גיהאלטין דאס איז גיוועזין קודם אז ער האט מקדש גיוועזין הבתולה מלכה קיין אנדר פינגרל האט שלמה אצלי ניט גיקויפט ושלמה אמר לי ג"כ אחר הקידושין שבטבעת ההוא קדש הבתולה מלכה:

(דברי העד הידוע לנו שהעיד בת"ע)

איך בין גיגאנגין מיט דען יוסף יחיאל ועם ר' וואלף לר' איצק האבין מיר שמה גיטרונקין יי"ש איז ר' וואלף אוועק גיגאנגין בין איך נאר אלליין גבליעבען מיט יוסף יחיאל האב איך גיהאט בייא מיר שלשים ק' צ"ל כסף שטיק מיט איזה צ"ל נחושת דאס האב איך גיהאט אין בוזען קעשנע אין איין כיס האט יוסף יחיאל מיך צו גידרוקט צו דעם אויפען און האט מיר דאס ארויס גיחאפט האב איך תיכף געשריען מיין געלד היינו בשעת וויא ער האט מיך ארום גיהאלטין האב איך אפשר נאך ניכט געוויסט בוודאי אב ער האט מיר גינומין דאס מעות נור תיכף ומיד וויא ער האט מיך געהן געלאסט האב איך גיטאהן דיא האנד אין דיא קעשנע און האב געשריען מיין געלד איז יוסף יחיאל ארויס גלאפן און איז תיכף צוריק גיקומין האב איך געשריען מיט איהם וועגין מיין געלד און האב איהם גיסארפט מכח דעם געלד האט ער מיך גישלאגין מכות אכזריות איך ווייס לחלוטין אז קודם ער האט מיך ארום גיחאפט האב איך דאס מעות בייא מיר גיהאט און איך האב עס ניט פערלארן נור ער האט עס מיר ארויס גינומין דאז איז גיוועזין שוטה טמא

(שוב העיד עד הב' הידוע לנו בת"ע)

איך בין גיוועזין עם יוסף יחיאל אין געוועלב בק' צאנז אצל עכום האב איך שמה געקויפט עפיס און יוסף יחיאל האט גיגנבת אצל העכום ביכליך פאן לייעש גאלד:


מעבר לתחילת הדף
< הקודם · הבא >
Information.svg

אוצר הספרים היהודי השיתופי מקפיד מאד על שמירת זכויות יוצרים: הגרסה הראשונה של עמוד זה לא הוקלדה בידי מתנדבי האוצר, אך פורסמה ברשת תחת "נחלת הכלל" (Public domain).

אם אתם בעלי הזכויות ולדעתכם המפרסם הפר את זכויותיכם והטעה אותנו באשר לרישיון, אנא פנו אלינו (כאן) ונסיר את הדף בהקדם.



שולי הגליון